Svoboda | Graniru | BBC Russia | Golosameriki | Facebook
לדלג לתוכן

פלאט

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון ים פלאט)
די "וויקטארי" שיף, HMS Victory, די עלטסטע קריגשיף אין דער וועלט וואס איז נאך אין ניץ

א פֿלאט אדער ים־פֿלאט איז די ים־קראפט אין דער מיליטער פון א לאנד. א זאמלונג פון מיליטערישע שיפן, סובמארינען און ים־עראפלאנען, אויך עראפלאנען־שיפן מיט לופטמאשינען. דער פלאט איז דער טייל פון א לאנדס מיליטערישע קראפטן וואס פירט א קריג אויף וואסער—ימען, אקעאנען טייכן און אזערעס. דער פארטיידיקונגס ציל פון א ים־פלאט איז פארמיידן אטאקעס אויף דעם לאנד'ס יבשה פון דעם ים.


אין אוראלט גריכנלאנד און רוים האט מען געפירט די שיפן מיט וועסלעס.

אין דער מיטל אלטער האט מען דערפינדען די קאנאנען, וואס מען קען שיסן פון א שיף צו א ציל וואס איז גאנץ ווייט.

דאס ווארט פלאטילע איז אויך געווארן געניצט פאר קאמערציאלע אדער אנדערע גרופע שיפן.

וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: פלאט