Svoboda | Graniru | BBC Russia | Golosameriki | Facebook
לדלג לתוכן

מלחמה

פֿון װיקיפּעדיע

א מלחמה אדער קריג איז אז צוויי אדער מערערע פארטייען לענדער מענטשן שלאגן זיך ארום.

א ברידער קריג (אדער בירגער קריג) איז א קריג צווישן צוויי פארטייען אינעם זעלבן פאלק.

ביי א קריג אויף דער יבשה הייסט יעדע פארטיי א מיליטער, ביי א ים קריג הייסט יעדע פארטיי א פלאט, און ביי א לופט קריג הייסט יעדע פארטיי א לופטפלאט.

ס'קומט צו א קריג ווען צוויי מדינות האבן א געראנגל וואס זיי קענען נישט לייזן דורך דיפלאמאטישע מיטלען.

ס'זענען פאראן אסאך טעאריעס וואס איז די מאטיוואציע פארוואס לענדער פירן מלחמות.

די פסיכאלאגן האלטן אז מענטשן זענען בטבע אגרעסיוו, דעריבער מוזן זיי זיך שלאגן פון צייט צו צייט.

טייל מלחמות פאסירן צוליב עקאנאמישע אורזאכן. א לאנד וויל מער רעסורסן וואס עס קען באקומען דורך האלטן מלחמה.

די מארקסיטישע טעאריע פון מלחמה האט אויך א באציאונג צו עקאנאמיק, אז מאדערנע מלחמות זענען פארשאפן דורך קאנקורענץ פאר רעסורסן און מארקן צווישן גרויסע אימפעריאליסטישע מעכטן, וואס שטאמט פונעם פרייען מארק און דער קלאס סיסטעם. טייל פון דער טעאריע איז אז מלחמה וועט נאר ווערן פארשוואונדן נאך א וועלטס מלחמה וועט פאסירן וואס קערט איבער פרייע מארקן און קלאס סיסטעמען. די מארקסיסטישע פילאסאף ראזא לוקסעמבורג האט טעאריזירט אז אימפעריאליזם שטאמט פון קאפיטאליסטישע לענדער וואס זוכן נייע מארקן. פארברייטערן די מיטל פון פראדוקציע איז מעגלעך נאר מיט א פארגרעסערונג אין קאנסומענט נאכפרעג . אזוי ווי די ארבעטער אין א קאפיטאליסטישער עקאנאמיע קענען נישט אנפילן דעם נאכפרעג, מוזן פראדוצירער זיך פארשפרייטן אין אנדערע מארקן צו טרעפן קויפער פאר זייער גוטער, אזוי פירנדיק אימפעריאליזם.[1]

  1. O'Callaghan, Einde (25 October 2007). The Marxist Theory of Imperialism and its Critics. Marxist Internet Archive. דערגרייכט דעם ‏24סטן אפריל 2011.